השקעה איז געגרינדעט געווארן מיטן ציל צו ברענגען קראנטע אינוועסטמענט אינפארמאציע אין א היימישע אידיש.
די קורסעס זענען ספעציעל אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז ס'זאל זיין פארשטענדליך און געשמאק אפילו פאר אזעלכע וואס זענען גענצליך ניי צו די סאבדזשעקטס.
די קלארקייט מיט וואס די לעסענס ווערן אראפגעלייגט וועט דיר געבן די קוראזש צו בעז"ה שטעלן דיינע טריט ווייטער אויפן לייטער פון פינאנציעלע פרייהייט.
מענדל וואלף מארקאוויטש איז אן אינוועסטמענט Educator און דער גרינדער פון השקעה.
נאך יארן פון פערזענדליך טוהן אין אינוועסטמענט און האבנדיג גע'Passed די Series 65 exam, האט ער געגרינדעט השקעה כדי צו מאכן די סאבדזשעקט פון אינוועסטמענט א דבר השווה לכל נפש.
דורך זיינע קלארע פראקטישע לעקציעס און שיעורים האט ער במשך די לעצטערע יארן ארויסגעהאלפן הונדערטער אינגעלייט באקומען א בעסערע פארשטאנד אין דער נושא פון אינוועסטמענט.